[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

אדא

פֿון װיקיפּעדיע
אַדאַ
Ада
די שול אין אדא (1900)
מדינה / טעריטאָריע סערביע
קאָאָרדינאַטן 45°48′N 20°08′E / 45.800°N 20.133°E / 45.800; 20.133קאארדינאטן: 45°48′N 20°08′E / 45.800°N 20.133°E / 45.800; 20.133
ראַיאָן וואויוואדינע
בירגערמייסטער זאלטאן ביליצקי
שטח 90.9 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטעטל
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

9,564‏  (שטייענדיג 2011)
119 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+1
http://www.ada.org.rs

אַדאַ (סערביש: Ада, Ada; אונגאריש: Ada) איז א שטעטל אין וואויוואדינע פראווינץ, סערביע, נאענט צום טיסא טייך, 11 ק"מ צפון פון פעטראוואסעלע, און 16 ק"מ דרום פון זענטא. דאס שטעטל האט א באפעלקערונג פון 10,546, 77% פון זיי אונגארישע.

די ייִדישע קהילה פון אַדאַ איז געגרינדעט געווארן אין 1790. אין 1869, די קהילה האָט געגרינדעט אַ שול אין צענטרום פון שטאט. יידען האבן געהאט פילע גרויס פירמע אין אדא, צום ביישפיל דער מיל פון דער מילנער הובערט. אין תרפ"א האבן געוואוינט דארטן 371 יידן.‏[1] אין די יארן פארן קריג איז דארטן געווען רב הרב יעקב (היילברוין) בעמח"ס שו"ת מגילת סדרים, זון פון אמאליגן זענטער רב הרב יצחק היילברוין (היילפרין), ער איז אומגעקומען ווען עס איז געווען דארטן אומרוען אין שנת תר"ט (לערך א הונדערט זעכציג יאר צוריק) און עס איז איבערגעבליבן פון אים שיינע דורות צווישן זיי די באקאנטע משפחת היילברוין.

אין די יארן פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה איז געווען רבי חיים הערש פרידמאן דער שוחט אין אַדאַ. ר' חיים הערש פרידמאן איז געהרגעט געווארן דורך די נאציס, קורץ פאר די מלחמה האט זיך געענדיקט.‏[2]

  1. "אדא", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)
  2. עס זענען פיר עדות-בלעטער וועגן ר' חיים הערש פרידמאן אויף דעם וועבזייטל פון "יד ושם", "המאגר המרכזי של שמות קרבנות השואה": חנה ויזל, אסתר אוביץ, בערטא ראזנבערג, דינה פערל.