[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

אונגעריש

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אונגאריש)

אונגעריש (אױך אונגאַריש; אויף אונגעריש: magyar - מאַדזשיאַר) איז א פֿינא-אוגרישע שפראך וואס מען רעדט אין אונגערן און אויך אין זיבן לענדער לעבן אונגערן וואו עס וואוינען דארט אסאך אונגאריש אפשטאמיגע. אנדערש ווי רוב אייראפעישע שפראכן, געהערט אונגעריש נישט צו דער פאמיליע פון אינדא-אייראפעישע שפראכן.

פון די 14.5 מיליאן מוטער-שפראך רעדערס פון אונגעריש, וואוינען בערך צען מיליאן אין אונגערן, און 1.4 מיליאן אין רומעניע (וואס נעמט אריין א שטח פון דעם קעניגרייך פון אונגערן פון פארן ערשטן וועלט קריג). אויסער דעם זענען דא אונגעריש רעדער אין סלאוואקיי, סערביע, אוקראינע, קראאטיע, עסטרייך און סלאוועניע.

אונגאריש איז געשריבן מיטן גלחישן שריפט. מערסט פון די אותיות זענען ענלעך מיט ענגליש, אבער עס איז דא א סאך אונטערשיטן, בפרט ביי די קאנסאנאנטן וואס זענען מער קרוביש צו שפראכן ווי פויליש און טשעכיש. די אותיות (מיט א אידישן גלייכווערט) זענען אזוי:

A Á B C Cs D Dz Dzs E É F G Gy H I Í J K L Ly M N Ny O Ó Ö Ő P R S Sz T Ty U Ú Ü Ű V Z Zs
אָ אַ בּ צ טש ד דז דזש ע עי פֿ ג די ה אי אי י ק ל לי מ נ ני אוֹ אוֹ אע אע פּ ר שׁ ס ט טי אוּ אוּ אוּע אוּע וו ז זש

דער אומלאט, ווי אין דייטש, איז א וואקאל-צייכן וואס ווייזט אז דער וואקאל איז געזאגט אלס פארבונד פון דעם וואקאל גופא און ״ע״. למשל, דאס אונגארישע ווארט köszönöm (א דאנק) איז אויסגערעדט ווי ״קאעסאענאעם״, מיט דער קאמבינאציע פון ״אע״ אויסגערעדט צוזאמען.

דער טראפ אין אונגאריש איז שטענדיג ביים אנהייב פון ווארט, אין דעם ערשטען טראף. ווען עס איז דא א אות מיט א אקצענט-צייכן (ווי למשל É), דער טראפ פון ווארט איז נישט געטוישט, ווייל די וואקאל-צייכנען טוישן נאר דעם קלאנג פון אות, און נישט דעם טראפ פון דער ווארט. [1]

געאגראפישע פארטיילונג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
ראיאנען אין אייראפע וואו מ'רעדט אונגעריש. באזירט אויף צענזוסן אין די לעצטע יארן און דעם CIA וועלט פאקטבוך 2006

אין די פאלגנדע לענדער רעדט מען אונגעריש אלס מוטער-שפראך:

לאנד רעדערס
אונגערן 10 מיליאן (צענזוס 2001 (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine))
רומעניע
(בעיקר זיבנבערגן)
1,443,970 (צענזוס 2002)
סלאוואקיי 520,528 (צענזוס 2001 (ארכיווירט 16.05.2007 ביי דער Wayback Machine))
סערביע
(בעיקר וואויוואדינע)
293,299 (צענזוס 2002)
אוקראינע
(בעיקר זאקארפאטיע)
149,400 (צענזוס 2001 (ארכיווירט 01.11.2004 ביי דער Wayback Machine))
פאראייניקטע שטאטן 117,973 (צענזוס 2000 (ארכיווירט 12.02.2020 ביי Archive.today))
קאנאדע 75,555 (צענזוס 2001 (ארכיווירט 13.02.2008 ביי דער Wayback Machine))
ישראל 70,000
עסטרייך
(בעיקר בורגנלאנד)
22,000
קראאטיע 16,500
סלאוועניע 9,240
Total 12-13 מיליאן
מקור: נאציאנאליע צענזוסן, עטנאלאג
  1. אַרטשיווע קאָפּיע, archived from the original on 2014-02-13, https://web.archive.org/web/20140213013204/http://www.personal.psu.edu/adr10/hu0.html, דערגרייכט 2014-06-11 


Wikipedia
Wikipedia
וויקיפּעדיע אויף אונגעריש


אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד
 
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש ·
פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש