[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

קארדיף

פֿון װיקיפּעדיע
קארדיף
Cardiff
קארדיף בוכטע
מדינה / טעריטאָריע וויילס
קאָאָרדינאַטן 51°29′07″N 3°11′12″W / 51.4852777777778°N 3.18666666666667°W / 51.4852777777778; -3.18666666666667קאארדינאטן: 51°29′07″N 3°11′12″W / 51.4852777777778°N 3.18666666666667°W / 51.4852777777778; -3.18666666666667
שטח 6.65 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

341,000‏  (שטייענדיג 2010)
5,013 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC
http://www.cardiff.gov.uk

קארדיף (ענגליש: Cardiff; וועלשיש: Caerdydd) איז די הויפטשטאט פון וויילס, איינער פון די פיר נאציעס וואס צוזאמשטעלן דאס פאראייניגטע קעניגרייך. ער געפינט זיך אין דרום פון דער גלאמארגאן גראפנשאפט אויף ברעג ים, אין דעם געגנט וואו דער טאף טייך פלוסט אריין אינעם בריסטאלער קאנאל.

אין דעם 2010 צענזוס האט מען געציילט 341,000 איינוואוינער, די גרעסטע שטאט אין וויילס און די 16טע גרעסטע אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך. מען האט דערקלערט קארדיף א שטאט אין 1905 אין די הויפטשטאט פון וויילס אין 1955.

קארדיף האט זיך גיך אנטוויקלט צוליב די קוילן אינדוסטריע אין וויילס. קוילן פון די וועלשע מינעס האט מען געברענגט אין קארדיף, צומערשט אין שיפן וואס זענען געפארן אראפ דעם טאף טייך, און שפעטער מיט דער באן. פון דעם פארט פון קארדיף האט מען געשיקט קוילן צו פארשידענע צילן. צוליב קוילן האט אנטוויקלט אין קארדיף פאבריקן פון אייזן און שטאל.

די אלטשטאט האט שטארק געליטן פונעם דייטשן בליץ ביי דער צווייטער וועלט מלחמה.

אין די 1980ער יארן האט מען פארמאכט א סאך פון די קוילן מינעס פון וויילס און די וויכטיקייט פון קארדיף איז דעריבער אראפגעגאנגען. אין 1994 האט געבויט א דאמבע אין דעם פארלאזטן פארט וואס האט געשיידט צווישן דעם פרישוואסער און ים וואסער, און דורך דעם האט זיך די שטאט ווידער אנגעהויבן זיך אנטוויקלען.

די טוריסטן ערטער פון קארדיף נעמען איין א נארמאנער פעסטונג, און א קולטיווירטן שטאט צענטער וואו עס געפינט זיך דאס ראטהויז, געריכטן, דער אוניווערסיטעט און דער נאציאנאלער מוזיי פון וויילס.

קארדיף האט א יידישע קהילה זייט 1840. אין 1968 האט די קהילה געציילט 3,500 יידן, מיט צוויי ארטאדאקסישע שולן. איינער פון די באקאנטע קארדיפע רבנים איז געווען הרב מרדכי ראגאזניצקי.

א ביסל צפון־מערב פון דער שטאט קארדיף, אין רהאנדא קאנאן טאף, בויט מען נייע פילם סטודיעס, די גרעסטע אינעם פאראייניגטן קעניגרייך. דער בי בי סי האט אנאנסירט אז ער גייט בויען נייע סטודיעס אין קארדיף בוכטע וואו מ'גייט פילמירן די טעלעוויזיע סעריע דאקטאר הו.