[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

לוצק

פֿון װיקיפּעדיע
לוצק
Луцьк
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע

 ‑ אין שטאָט

215,986‏
די גרויסע שול פון לוצק
יתומים הויז אין לוצק תרצ"ו

לוצק (אוקראיניש: Луцьк; רוסיש: Луцк) איז א שטאט ביים סטיר טייך אין צפון-מערב אוקראינע, אין דעם צענטער פון וואלין פראווינץ, מערב פון דער הויפטשטאט קיעוו. איר באפעלקערונג איז 215,000 (2022) . פונעם 14טן יארהונדערט האט די שטאט געהאט א יידישע קהילה וואס איז געווען א מיטגליד אינעם וועד ארבע ארצות.

לוצק, איינע פון די ערשטע שטעט אין היינטיקער אוקראינע, איז געגרינדעט געווארן אין 1085. ער איז געווען די הויפטשטאט פון דעם פרינצטום פון גאליציע-וואהלין, ביז מ'האט אויפגעשטעלט די שטאט לודמיר. לעבן דער שטאט האט מען געבויט א פעסטונג צו שיצן קעגן אינוואזיעס. אין 1240 האבן די טאטערן איינגענומען די שטאט, אבער די פרינצן האבן געהאלטן די פעסטונג. אין 1321 איז דערמארדעט געווארן דער לעצטער פרינץ אין קאמף קעגן די ליטווינער. דער מלך פון פוילן, קאזימיר דער דריטער, האט איינגענומען די שטאט אין 1349, אבער קורץ נאכהער האט ליטע זי צוריקגענומען אונטער זייער הערשאפט.

אין 1432 איז לוצק געקומען אונטער דער הערשאפֿט פונעם פוילישן קרוין און האט באקומען מאגדעבורג רעכטן. ביזן סוף פונעם 18טן יארהונדערט איז לוצק געווען אין פוילן; ביזן סוף פון דער ערשטער וועלט מלחמה אין רוסלאנד; צווישן די צוויי וועלט מלחמות אין פוילן. אין 1939 האט דער סאוועטן פארבאנד איינגענומען לוצק; אין 1941 איז זי געקומען אונטער דער אקופאציע פון נאצי דייטשלאנד;[1] נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז זי ווידער אמאלל געווארן א טייל פונעם סאוועטן פארבאנד. זײַט 1991 איז לוצק אין אוקראינע.

יידן האבן געוואוינט אין לוצק אינעם 10טן יארהונדערט, און א געמיינדער פון קראים זענען געקומען דארטן אינעם 13טן יארהונדערט.

לוצק איז געווארן א פאליטישער און עקאנאמישער צענטער. נאך דער פאראייניקונג פון פוילן מיט ליטא אין 1569 האבן די יידן אנגעהויבן צו האנדלען אויף א גרעסרן אופן; א טייל האבן געדונגען די ארענדע אויף שטייערן, ברייערייען און פאטאש פראדוקציע; אנדערע האבן געהאנדלט מיט וואלד און לאנדווירטשאפט פראדוקטן.




  1. לוצק ביי - יד ושם וועבזייטל