[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

מאנגאליי

פֿון װיקיפּעדיע
מאנגאליי
Монгол
פאן {{{נאמען}}}
פאן {{{נאמען}}}
סימבאָל {{{נאמען}}}
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: מאנגאלישע זינגליד
אָרט פֿון {{{נאמען}}}
אָרט פֿון {{{נאמען}}}
קאָנטינענט אזיע
אָפֿיציעלע שפּראַך מאנגאליש
הויפּטשטאָט אולאן באטאר
גרעסטע שטאָט אולאן באטאר
רעגירונג פארלאמענטארישע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
נאמבארין ענכבאיאר
סאנזשאאגין באיאר
גרינדונג דאַטום
פון כינע11טן יולי 1921
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
1,564,116 קוואַדראַט ק"מ
[[ליסטע פון לענדער לויט שטח|18 אין דער וועלט]]
0.6%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

2,791,272
134 אין דער וועלט
1.8 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע 5,230 מיליאן $ (151סט)
וואַלוטע טאגראג (MNT)
צײַט זאָנע UTC + 7 ביז UTC + 8
אינטערנעט דאָמען mn.
טעלעפֿאָן קאָד 976+

די מאָנגאָליע (מאנגאליש: Монгол) איז אַ לאַנד אין אַזיע מיט קיין אויסגאנג צום ים. איר הױפּטשטאָט איז אולאַנבאַטאָר. זי גרענעצט רוסלאנד צו צפון און כינע צו דרום. מאנגאליי איז דאס 18טע גרעסטע לאנד אין דער וועלט, מיט א שטח פון 1,564,116 קוואדראט קילאמעטער.

דער היינטיגער תחום פון מאנגאליי איז משולט געווען ביי פארשידענע נאמאדישע אימפעריעס, בתוכם די שיונג-נו, די שיען-ביי, די רוראן, די געטערקס. אין 1206 האט דזשינגיס כאן געגרינדעט דימאנגאלישע אימפעריע, און זיין אייניקל קובליי כאן איז שפעטער מנצח געווען כינע, דערביי האט ער אנגעהויבן דארטן די מאנגאלישע יואן דינאסטיע. נאך דעם פאל פון יואן דינאסטיע, זענען די מאנגאלן צוריקגעלאפן צום מאנגאליי, און זיינען צוריקגעגאנגען צו קריגן צוויישן זיך און גנב'ען טיילמאל פון כינעזישע גרענעץ-דערפער. אין די 16טן און 17טן יארהונדערטער, מאנגאליי איז אונטערגאגאנגען דער השפעה פון טיבעטישן בודהיזם. דורך די תקופה פון דער טשינג דינאסטיע אין כינע ביים סוף פון 17טן יארהונדערט, איז מאנגאליי געווארן א חלק פון יענער אימפעריע. נאכעם פאל פון דער טשינג דינאסטיע אין 1911, איז מאנגאליי נאכאמאל זעלבשטענדיג געווארן.

די מדינה איז שפעטער אונטערגעגאנגען דער סאוועטישער השפעה, און געווארען א סאוועטע רעפובליק אין 1924. נאך די אנהייב פונעם סאוועטן פארבאנד'ס פאל אין 1989, מאנגאליי האט איהרע אייגענע רעוואלוציע געהאט אין 1990, דערפון איז מאנגאליי'ס ווערן א מאדערנישע און דעמאקראטישע מדינה אנגעהייבט.

מאנגאליי איז א רעפובליק און האט א פארלאמענטע סיסטעם. דער פרעזידענט איז געוויילט ביי דער פאלק'ס אפשטים. די דעפוטאטן אין דער נאציאנאלער פארזאמלונג, וואס זענען אויך געוויילט ביי פאלקסאפשטום, באשלאסן דעם פרעמיער מיניסטער. דער פרעמיער מיניסטער נאמינירט קאבינעט מיניסטארן מיטן פרעזידענט'ס עצה. די פארזאמלונג שפעטער קאנפירמירט די קאבינעט מיניסטארן.

מאנגאליי'ס קאנסטיטוציע גאראנטירט פרייהייט פון אויסדרוק און רעליגיע.

די געאגראפיע פון מאנגאליי איז אפגעטיילט אין צוויי חלקים, מדבר אין דרום און בערגער אין צפון און מערב. דער מערטייל פון מאנגאליי איז סטעפ, און 11.2% פון די מדינה'ס שטח איז באדעקט מיט וואלד-ערטער. די מדינה איז הייס אין זומער און זעהר קאלט אין ווינטער, ווען די טעמפעראטור קען גיין ווי נידריג ווי -30 ס' (-22 פ').

מאנגאליי איז הויך, קאלט, און ווינטיק. די זומערס זענען קורץ און די ווינטערס לאנג. די מדינה האט בערך 257 טעג אן וואלקנס א יאהר.

מאנגאליע איז א לאנד וואס איז גאר גרויס אין שטח, אבער זייער קליין אין באפעלקערונג. עס גרעניצט זיך מיט רוסלאנד אויף צפון זייט און מיט כינע אויף דרום זייט. צוליב דעם גרויסן שטח פון מאנגאליע, זענען פארהאן פארשידנארטיגע סארטן קלימאטן און גיאגראפישע ערטער אין מאנגאליע.

מאנגאליע נעמט אריין אין זיך הויכע בערג שפיצן, ריזיגע סטעפּעס (גרויסע שטחים באדעקט מיט גראז), טרוקענע און הייסע מדבריות, און פרוכטבארע טאלן וואו עס פליסן שטילע וואסערן.

מאנגאליע איז אין אלגעמיין א הויך ארט, זייענדיג ארום פינף טויזנט פיס העכער'ן ים שטאפל אין דורכשניט. דער העכסטער בארג שפיץ אין מאנגאליע איז דער "קהיוטען" שפיץ אין די אלטאי בערג, וועלכער הייבט זיך ביז איבער פערצן טויזנט פיס אין דער הייך די אלטאי בערג שפרייטן זיך אויס איבער מערב זייט פונעם לאנד, און ציען זיך אויך אריין ביי די שכנים פון מאנגאליע, ווי כינע, קאזאכסטאן און רוסלאנד די אלטאי בערג זענען נישט בלויז א געאגראפישער שטריך וואס באצייכנט מאנגאליע, נאר עס איז אויך א סימבאליש און היסטאריש ארט פאר די מאנגאלן.

אויף דרום זייט פון מאנגאליע באגעגנט מען זיך מיט גאר אן אנדערער סצענע. דארט שטויסט מען זיך אן אין דעם ריזיגן גאבי מדבר וועלכער איז איינער פון די גרעסטע מדבריות אין דער וועלט, אויסשפרייטנדיג זיך איבער דרום מאנגאליע און אריין אין כינע.

אבער דער גאבי מדבר איז נישט קיין טיפישער מדבר וואס מיר זענען געוואוינט פון די בילדער מיט הערליכע גאלדענע זאמד װי ווייט די אויגן זעען. דער גאבי מדבר איז א שטיינערנע ארט, אנגעפילט מיט גרויע זאמד און שטיינערנע בערג, כאטש עס איז אוודאי דא דארט אויך שיינע ערטער אין דעם גאבי מדבר איז פארהאן גאר א שווערער קלימאט, און דאס וועטער אין דעם מדבר איז זייער עקסטרעם. אין די זומערדיגע חדשים הערשט דארט א בראטנדע היץ וועלכע קען צעשמעלצן א טאפ, און אין ווינטער הערשט דארט א ביטערע קעלט און שווערע ווינטן.

אין צענטראל מאנגאליע זעט מען מיינסטנס גרויסע פעלדער באוואקסן מיט גראז, וועלכע ווערן גערופן "סטעפעס". דארט פלעגן די פארצייטישע מאנגאלישע שבטים פאשען אויף די פעלדער, גייענדיג פון איין ארט צום צווייטן, בשעת זייערע שאף קייען די הויכע גראז. ווען מען האט געענדיגט עסן די גראז אין איין ארט, איז מען געגאנגען אין א צווייטן ארט, און געבויט ביידלעך צו וואוינען, אזוי וויאין דאמאליגע צייטן.

דערנאך איז פארהאן דער "קהאנגאי" געגנט, וועלכער איז מער בערגיג, און דער קלימאט דארט איז נישט אזוי עקסטרעם. אין דעם געגנט זענען פארהאן מערערע וועלדער און אומצאליגע טייכן און טייכלעך וועלכע לויפן דארט דור שאפנדיג אויג פארכאפנדע פאנאראמעס, ווי ארויס פון די מעשה ביכלעך.

אין אלגעמיין איז דער קלימאט אין מאנגאליע גאנץ א שווערער, די ווינטערס זענען לאנג און ביטער קאלט, און דער זומער איז קורץ אבער זייער הייס. וויבאלד דאס לאנד איז ווייט אוועק פון סיי וועלכן אקעאן, זייענדיג ארומגענומען בלויז מיט טריקעניש, ברענגט דאס אז דאס װועטער זאל גיין פון איין עקסטרעם צום צװוייטן. אין ווינטער קען די טעמפעראטור פאלן ביז צוויי און צוואנציג גראד אונטער זערא, איבערהויפט אין דעם צפון טייל און אין דעם צענטראלן טייל פונעם לאנד בעת די זומערדיגע וועטערס קענען דערגרייכן ביז ניינציג אין די זומער חדשים, איבערהויפט אין די מדבר געגנטער.

עס רעגנט ווייניג אין מאנגאליע. געווענליך רעגנט בלויז אין די זומער חדשים, און דער זומער איז קורצער ווי דורכטניטליך דאס באדייט אז אין אסאך געגנטער אין מאנגאליע איז פארהאן א מאנגל אין וואסער, אבער טראצדעם געזאנט מיט אט 10 עם וואס עס רעגנט ווייניג, איז מאנגאליע געבענטשט, ווי געזאגט מיט א שפע פון טייכן.

דער לענגסטער טייך אין מאנגאליע איז דער סעלענגע טייך, וועלכער פליסט אריין ביז רוסלאנד. דער סעלענגע טייך איז אויך א היסטארישער און סימבאלישער טייך וויבאלד ארום דעם טייך איז געווען דאס וואוינארט פון די פארצייטישע מאנגאלישע שבטים.

אן אנדערער באקאנטער טייך אין מאנגאליע איז דער "קהאווסגאל טייך", וועלכער ווערט אויך באצייכנט אלס דער "בלויער פערל פון מאנגאליע", צוליב זיינע ריינע, בלויע וואסערן דאס איז דער גרעסטער טייך אין מאנגאליע פון פרישע וואסער, און דער צווייט גרעסטער אין שטח. עס געפינט זיך אין דעם צפון טייל פונעם לאנד, נעבן דער גרעניץ מיט רוסלאנד דער הערליכער אויסקוק פון דעם טייך, מיט זיינע ציכטיג בלויע וואסערן און ארומיגע בערג וואס שטייען מיט שטאלץ, שאפן אן אויג פארכאפנדער בליק, וואס האט עס פארוואנדלט אין א גאר פאפולערן ארט סיי פאר לאקאלע איינוואוינער און סיי פאר טוריסטן.

די עקאנאמיע אין מאנגאליע איז דורכגעגאנגען גרויסע שוועריגקייטן אין די פארגאנגענע יארן. אין די צייטן ווען עס איז געווען אונטער דער קאמוניסטישער הערשאפט, אט די עקאנאמיע געווען אין גאר אן ענגען צושטאנד נאכדעם וואס די קאמוניסטישע רעגירונג א צוזאמגעפאלן, איז מאנגאליע דורכגעגאנגען א לאנגזאמער טויש פון א רעגירונגס געפלאנטער עקאנאמיע, צו א דעמאקראטישער עקאנאמיע.

דער טויש איז געווען גאר שווער די אינפלאציע איז געשטיגן אויף אן אבנארמאלן פארנעם, שטייגנדיג מיט דריי ציפערדיגע נומערן אויף א דעגלמעסיגן פארנעם. עס האט געהערשט א

געפערליכע ארבעטסלאזיגקייט, און עס איז געווען א מאנגל אין לעבנסוויכטיגע פראדוקטן, אזש די רעגירונג האט געמוזט פארטיילן ראציאנען פון עסנווארג פאר דעם פאלק. אבער ביז געציילטע יארן האט די עקאנאמיע אנגעהויבן צוביסלעך צו בליען, אוּן זינט דאן אז די "דזשי די פי" (דער וועג ווי אזוי מען מעסט דעם אלגעמינעם עקאנאמישן איינקונפט פּון א לאנד) געשטיגן מיט עטליכע פראצענט יעדעס יאר

אין יאר תש"ס (2000) איז די עקאנאמיע שטארק געפאלן אין מאנגאליע, דאס ווערט צוגעשריבן צו נאטירליכע סיבות, אריינגערעכנט דעם אומקום פון נאנט צו צוויל-און-א-האלב מיליאן שאף וועלכע זענען אומגעקומען צוליב שווערע וועטערס.

מאנגאלישערס זענען בערך 95% פון די באפעלקערונג, און זיי זענען אפגעטיילט אין גרופעס ווי די כאלקע און ענדערערס, און די אונטערשייד צווישן זיי איז, איבער הויפט, וועלכע מאנגאלישע דיאלעקט זיי רעדן. די כאלקעס זענען 86% פון דעם מאנגאלישן פאלק, און די איבעריגע גרופעס זענען די אויראטן, בוריאטן, וכו'. טערקישע פעלקער (קאזאכן, טאוואנען, אוזבעקס) זענען 4.5% פון מאנגאליי'ס באפעלקערונג, און די איבעריגערס זענען רוסישערס, כינעזישערס, קארעישערס און אמעריקאנערס.

די אפיציעלע שפראך פון מאנגאליי איז מאנגאליש, און ווערט גערעדט דורך 95% פון דער באפעלקערונג.

היינט ווערט מאנגאליש געשריבן מיטן קירילישן שריפט, אבער מען פלעגט עס שרייבן מיט די מאנגאלישע אותיות. עס איז געווען אויספלאנירט אן אפיציעליער צוריקברענגען פון די אלטע אותיות ביים יאר 1994, אבער וויבאלד אז עלטערע מענטשן האבן פארשידענע פראבלעמן געהאט, עס איז נאך נישט צוריקגעבראכט געווארן. פונדעסטוועגן, די טראדיציאנעלע אלפאבעט ווערט צוביסלעך גענוצט מער אין מאנגאלישע שולן.

רוסיש איז די מערסט גענוצטע פרעמדלאנדישע שפראך אין מאנגאליי, און נאך איר ענגליש, אבער לעצטס ענגליש ווערט צו זיין גענוצט מער פון רוסיש ווי די צוויטע שפראך. קארעיש איז אויכעט מפורסם, וויבאלד אז טויזנטער מאנגאלער ארבעטן אין דרום קארעע.

אין מאנגאליי, האלדז-זינגען מוזיק, אדער כומעי, איז פאפולאר, בפרט אין מערב מאנגאליי.

דער סימן אויפן לינקסער זייט פון מאנגאליי'ס פאן איז א בודהיסט געשטאלט וואס הייסט סאיאנבא. עס רעפריזענטירט די זון, לבנה, שטערן און הימל.


אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן