[go: up one dir, main page]

לדלג לתוכן

באשער על אסאד

פֿון װיקיפּעדיע
באשער על אסאד
بشار الأسد
געבורט 11 סעפטעמבער 1965 (אלט 59)
דמשק, סיריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה סיריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג שטאטסמאן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דינאסטיע
פאטער כאפעז על אסאד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פרעזידענט פון סיריע
17 יולי 2000
(24 יאָרן)
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

באַשאַר על־אַסאַד (אַראַביש: بَشَّار حافِظ ٱلأَسَد; געבוירן 11טן סעפטעמבער 1965) איז דער היינטיקער פרעזידענט פון סיריע, א זון פון פריערדיקן פרעזידענט כאפעז על אסאד. געווארן פרעזידענט נאכן שטארבן פון זיין פאטער, אום יוני 2000.

באשער איז געבוירן 11טן סעפטעמבער 1965, אין די הויפטשטאט דמשק צו זיינע אלאווישע עלטערן, ער האט געלערנט אין א פראנצויזישע שולע, און ער רעדט א פליסיקע פראנצויזיש און ענגליש. צווישן די יארן 1988 ביז 1992, האט ער שטודירט מעדיצין אין דמשק אוניווערסיטעט. פון 1992 האט ער פראקטיצירט אויגן דאקטעריי אין לאנדאן, ווי ער האט באגעגנט זיין ווייב אסמא על אכערס, פון סוני מוסלמענישע אפשטאם.

באשאר האט געהאט אן עלטערע ברודער באסעל, וואס איז געווען באשטיט צו זיין נאכפאלגער פון כאפעז על אסאד, ביז ווען יענער איז אומגעקומען אין אן אויטא עקסידענט, אום 21סטן יאנואר 1994, דעמאלט איז באשאר געווארן דער נאכפאלגער פון זיין טאטע.

נאכן טויט פון זיין טאטע, האט ער נישט גלייך געקענט ווערן פרעזידענט, ער איז דעמאלט אלט געווען 34 יאר. מען האט געדארפט טוישן פונקטן אין די קאנסטיטוציע. אין וואלן וואס זענען פארגעקומען, איז ער ערוויילט געווארן צו א קאדענציע פון זיבן יאר, דורך 97 פראצענט פון די וויילער, אין 2007 איז ער נאכאמאל ערוויילט געווארן, דורך די זעלבע צאל שטימען.

אנהייב האט ער פרובירט אנקניפן פארבינדונגען מיט ישראל, אריק שרון דאן פרעמיער מיניסטער האט אנדערש פון זיינע פארגייער, נישט געוואלט האבן קיין מגע משא מיט אים. פון די הויפט סיבה אז סיריע שטיצט טעראר, און מערערע טעראר ארגאניזאציעס האבן זייערע הויפטקווארטירן אין סיריע.

אין יאר 2005 איז ראפיק על כארירי אומגעקומען אין לבנון, א לאנד וואס סיריע האט יארן געפירט מיט די צושטימונג פון די וועלט. מאסן דעמאנסטראציעס זענען פארגעקומען אין ביירוט און אין אנדערע שטעט, אז די סירישע זאלן זיך ארויסציען פון לבנון. צום ענדע נאך אסאך דרוק פון די וועלט, האט סיריע ארויסגעצויגן איר ארמיי פון לבנון.

אסאד האט מערערע מאל דערקלערט, אז ער איז גרייט צו פארהאנדלען אויף א שלום אפמאך, מיט מדינת ישראל, וואס וועט מוזן אפגעבן די גולן הויכן צוריק צו סיריע.

אין 2011, ווען אין די אראבישער וועלט האט זיך אנגעהויבן די פרילינג פון פעלקער, האט די סירישע באפעלקערונג אנגעהויבן נעמען א טייל אין די אויפשטאנד, וואס די ציל רעכנט אריין דאס ארונטערזעצן באשער פון בענקל, טויזנטער זענען אומגעקומען אין די אונטערדריקונגען פון די ארמיי, און די וועלט האט אונטערגענומען סאנקציעס קעגן סיריע. די אראבישע ליגע האט ארויסגעווארפן סיריע פון די מיטגלידערשאפט, ביז באשער וועט אויפגעבן די מאכט.